לאנג-ערווארטעטע, וויכטיגע פראיעקט: סדר הלימודים בעניני יסודי הדת, אין די תלמודי תורה און ישיבותקרן חיים זאנווילFeb 2, 20225 min readUpdated: Feb 9, 2023 ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה! מיט אויסערגעווענליכע פרייד און התרגשות ווערט אויפגענומען אין די חינוך-וועלט די ערשיינונג פונעם לאנג-ערווארטעטן, קריטיש-וויכטיגן פראיעקט, וועלכע וועט בעז''ה ארויסצוהעלפן די חשובע מרביצי תורה, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור שליט"א מיט א מסודר'דיגע און קלארע ״סדר הלימודים״ אויף עניני יסודי הדת און יהדות, צו קענען לערנען און איבערגעבן פאר אונזערע קינדער די יסודות פון אמונה טהורה, י"ג עיקרים, יראת שמים, אהבת ה׳, א.א.וו. אויף א וואונדערליכע און געשמאקע אופן בסייעתא דשמיא. מיר שטייען שוין אצינד אכציג יאר נאכן ביטערן חורבן וואס האט באטראפן כלל ישראל, ווען עס איז ליידער אויסגעריסן געווארן רוב רובם פון די אמאליגע ישיבות און תורה-צענטערן, מיליאנען קדושים וטהורים זענען ליידער אומגעקומען און צווישן זיי צענדליגער טויזנטער רבנן ותלמידיהון, צדיקים ,גדולים וגאונים וועלכע האבן באלויכטן דעם דור און געוויזן דעם אויסגעטרעטענעם וועג, דעם דרך ה׳ פאר'ן עם ה׳. בחסדי השי"ת האבן מיר זוכה געווען צו די הבטחה פון השי״ת ״כי לא תשכח מפי זרעו״ און ווי דער תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט ״חס ושלום שתשתכח תורה מישראל!״ און טראצדעם וואס דער מצב האט אויסגעקוקט שרעקליך בשעתם האט די שארית הפליטה זיך צאמגעקליבן מיט אלע כוחות און צוריק אויפגעשטעלט אידישקייט אין די ניי-איבערגעפלאנצטע מקומות. היינט צו טאגס זענען מיר עדות צו אן אומגלויבליכן בילד ווען דאס ערליכע אידנטום בליעט אויף א הערליכן פארנעם; לומדי תורה און ערליכע בעלי בתים פילן איבער אלע היימישע ישובים; צענדליגער טויזנטער תשב"ר און בחורי חמד בליעה"ר ווערן נתחנך לתורה וליראת שמים אין די הערליכע מוסדות התורה והחינוך, און זיי הארעווען אין לערנען מיט א גרויס התמדה גמרא תוספות; אברכי הכוללים זענען זיך ממית באהלה של תורה מיט מסירת נפש; עס וואקסן אויף תלמידי חכמים מופלגים, דיינים ומורי צדק; עס ווערן נתחבר וואונדערליכע חיבורים בכל מקצועות התורה; אידישקייט בליעט און וואקסט לשם ולתפארת, בעזר ובחסדי ה׳. דעם אויבערשטנ'ס זעלנער אויפ'ן פראנט זענען די חשוב'ע און איבערגעגעבענע מחנכיםם, די מנהלי הישיבות, די מגידי שיעורם, און מלמדים שליט"א, וועלכע זענען עומד לנצח על מלאכת בית ה׳, זיי טוען בנאמנות און באמת די עבודת הקודש פון מחנך זיין דעם קומענדיגן דור על דרכי התורה והיראה, און זיי האט השי"ת אויסגעוועלט אויסצופירן זיין אייביגע הבטחה פון ״כי לא תשכח מפי זרעו״ אין אונזער דור, די עיקבתא דמשיחא, און מיר אלע זענען מתפלל אז זיי זאלן ווייטער מצליח זיין אין די עבודת הקודש ביתר שאת ועוז עד ביאת המשיח בב"א. • אבער די רבנים, גדולי הדור און גדולי המחנכים שליט"א זענען שוין א לאנגע צייט מעורר אז אין איין וויכטיגע תחום הערשט א גרויסע חסרון וואס שאפט אן אומבאגרייפליכע חלל מיד ולדורות, און דאס איז אז עס פעלט א קלארקייט אין די סאמע יסודות פון אידישקייט, די פשוט'ע און קלארע ידיעות און מושגים אין די עקרי הדת, דער באדייט פון די י"ג עיקרים; חובת האדם בעולמו; די קדושת התורה און קדושה פון כלל ישראל; די תכלית פון נסיונות, א בהירות אין שכר ועונש, ורב טוב הצפון לצדיקים לעתיד לבוא, און אזוי ווייטער. בפרט אינעם היינטיגן דור וואס די דרויסנדיגע גאס איז אזוי פארדארבן און פארקרומט, און אפילו ערליכע אידן זענען אויסגעשטעלט צו הערן און זען פארשידענע דעות כוזבות וואס רינט אריין מחוץ למחנה; דער יצר הרע האט אהערגעשטעלט אזויפיל ציענדע כלים מכלים שונים און יעדע סארט הבלי עולם הזה טאנצט פאר די אויגן, און מ'דארף האבן אייזערנע כוחות עס בייצושטיין, איז נאך פיל וויכטיגער צו זיין פעסט באגרינדעט און מחזק זיין די סאמע יסודות הדת, אז די שרשים זאלן זיין טיף און פעסט. די חשובע מנהלים שליט''א זענען שוין מערערע מאל געזעסן און מטכס עצה געווען וואס מען קען טון צו ערפילן דעם חסרון, און ווי א חשוב'ער מרביץ תורה האט זיך אויסגעדרוקט: ״מיר אינוועסטירן כוחות עצומות אויפצובויען און באוואסערן דעם גרויסן הערליכן בוים, אבער ס'איז ממש א שאד אז דארט טיף ביי די שרשים, ביי די ווארצלען וואס האלטן דעם גרויסן בוים, זאל הערשן א שוואכקייט און חסרון וואס באדראעט די שטארקייט און עתיד פונעם גרויסן מעכטיגן בוים." מחנכים און מרביצי תורה וועלכע האבן במשך די יארן אנגעהויבן צאמצונעמען חומר אויף די נושא פון ספרי קודש, כדי עס צו קענען משפיע זיין פאר די תלמידים, האבן זיך געטראפן מיט א פראבלעם אז די יסודות הדת זענען צעזייט און צעשפרייט איבער פילע פלעצער אין די ראשונים ואחרונים, און אפטמאל ווערט עס נישט מבואר גענוג ברייט, ווייל די מחברים האבן זיך פארלאזט אז די יסודות איז שוין במילא באקאנט פאר די לומדים, אבער ליידער היינט איז עס גארנישט אזוי באקאנט און באוואוסט. על כן בהתייעצות ובהדרכת גדולי הרבנים ומחנכי דורינו שליט''א, האט ״קרן חיים זאנוויל״ זיך אריינגעלייגט אין די לעצטערע יארן צאמצושטעלן און אויסארבעטן א סדר הלימודים, דורכ'ן צאמנעמען די סאמע יסודות הדת פון אונזערע ספרי קודש, אנגעהויבן פון תנ"ך, חז"ל, ביז די ראשונים ואחרונים, ספרי תלמידי בעשטה"ק, און עס ארויסגעבן אויף א מסודר'דיגן אופן. פאר דעם צוועק איז איינגעשפאנט געווארן א חשוב'ע שטאב פון תלמידי חכמים, יודעי ספר ויראי שמים, וועלכע זענען אויסגעקאכט אין די ענינים און האבן בסייעתא דשמיא אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א סדר הלימודים. איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס איז געהאלטן פאר די אויגן איז נישט צו מחדש זיין גארנישט פונעם אייגענעם שכל, נאר בלויז צאמקלויבן די יסודות וואס ווערן קלאר מבואר אין די ספרי הראשונים ותלמידי הבעשטה"ק, און עס ברענגען אויף א מסודר'דיגן אופן כשולחן הערוך ומוכן לאכול. אין די יעצטיגע טעג זיצט א מכון פון עורכים און מגיהים וועלכע גייען איבער די רייכע חומר און ארבעטן עס אויס אז עס זאל זיין גרייט איבערגעגעבן צו ווערן פאר די מחנכים ומרביצי תורה פון איבער די גאנצע וועלט. עס ווערט אראפגעשריבן סיי אין לשה"ק און סיי אין אידיש, כדי עס זאל קענען פארשפרייט ווערן אין פילע מקומות, סיי פאר בחורים און סיי פאר יונגערע קינדער, אז זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן ריכטיגן פארשטאנד, געפיל און שטאלץ פון אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו! פון די הויפט פריאריטעטן פונעם מכון איז צו באארבעטן די חומר אין צוזאמענארבעט מיט די חשוב'ע מנהלי המוסדות, וועלכע געפונען זיך פאקטיש בראש מערכת החינוך, איבערצושמועסן און הערן כסדר'דיגע הדרכה און אנווייזונגען, וויאזוי צו מסדר זיין און אהערשטעלן די חומר, כדי עס זאל ברענגען די מאקסימום נוצן און הצלחה פאר די מרביצי תורה וועלכע וועלן עס איבערגעבן פאר די תלמידים. און טאקע לויט ווי די מנהלים שליט''א האבן מציע געווען האבן מיר אויסגעשטעלט די נושאים פון יסודי הדת לויט די סדר פון די י''ג עיקרים. אויף עיקר י''א זענען פארהאן דריי בענדער, חובת אדם בעולמו, שכר ועונש, גן עדן - גיהנם, און עולם הבא. צוליב פארשידענע סיבות קומען מיר קודם ארויס מיט דעם באנד אויף 'עולם הבא' אלס א דוגמא, און די קומענדיגע בענדער וועלן בעז''ה ערשיינען לויטן סדר פון די י''ג עיקרים אנגעהויבן פון עיקר א און ווייטער. אזוי אויך איז בהתייעצות פון די מנהלים אריינגענומען געווארן אין די ארבעט חשוב'ע מלמדים שליט"א, וועלכע גייען איבער די חומר און געבן זייערע הערות וויאזוי אויסצושטעלן דעם תוכן און סגנון אז עס זאל זיין די מערסטע צוגעפאסט פאר די טייערע תלמידים. פילע ישיבות און מוסדות התורה והחינוך שטייען און ווארטן אויף די סדר הלימודים וואס ווערט יעצט בס"ד אויסגעארבעט, און מען בעט אינאיינעם א הארציגע תפלה אז מען זאל זוכה זיין צו הצלחה און סייעתא דשמיא אין די הייליגע און האקעלע עבודת הקודש, אז עס זאל קענען בעז"ה ברענגען דעם תכלית הנרצה. וכאן המקום להודות ארויסצוברענגען א הכרת הטוב פאר'ן נחשון לדבר מצוה הרבני הנכבד והחשוב ר' יואל עפשטיין שליט"א, וואס האט פורש געווען מממונו פאר אזא קריטישע און היסטארישע פראיעקט, און מנדב געווען דעם מדור "עולם הבא" בסדרת יסודי הדת, און דערמיט אוועקגעשטעלט דעם יסוד פאר'ן גאנצן מפעל האדיר, וואס וועט אי"ה האבן אן אויסטערלישע השפעה אויפ'ן עתיד פון אונזערע דורות און די נצחיות פון כלל ישראל. אשרי לו ואשרי חלקו! ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידינו, ויתגדל ויתקדש שמיה רבה!