הונדערטער ילדי תשב״ר אין וויליאמסבורג גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם יערליכן שושן פורים פראגראם, אהער געשטעלט דורך מוסד דרכי נועם ריבניץ.
ווי יאר יערליך וועט פארקומען דער פרייליכער און תוכנפולע פראגראם אין די פרדס פיגא זאלן אויף קעיפ סט.
דער גרויסער טאג וועט ווערן אויסגענוצט פאר לימוד התורה און אמירת תהילים, ספעציעל וואס אין די טעג איז דא ווייניג תורה אויף דער וועלט.
כידוע אז דער הייליגער בעל שם טוב הק׳ איז געבוירן געווארן נאכדעם וואס זיין פאטער האט געלערנט בימי הפורים האט אים אליהו הנביא מגלה געווען אז וויבאלד ער האט געהאלטן די וועלט ווען עס איז געווען ווייניג תורה, וועט ער זוכה זיין צו א קינד וואס וועט האלטן די וועלט.
א רייכער תוכנפולע פראגראם אויפצובויען די קינדער מיטן ריכטיגן שטאלץ פון אשרינו מה טוב חלקנו אז מיר זענען אידישע קינדער, והבדילנו מן התועים און נישט ווערן נאכגעשלעפט און נתפעל פון די מגושמ׳דיגע פאר׳גוי׳שטע גאס, נאר זיך האלטן שטארק און פרייליך אויף די זעלבע וועג און די זעלבע געפילן פון אונזערע עלטערן און זיידעס.